Fun undz (jiddisch)

װעגן מלוכישע אויסשטעלונגען

דער אינסטאַנץ פֿאַר מלוכישע אויסשטעלונגען איז אַן עקספּערט און אַ רעסורס װען עס קומט צו אַנטװיקלונג און קאָאָפּעראַציעס אין דער מוזײ-סבֿיבֿה. מיר געבן שטיץ דורך אַנאַליזירן די אַרומיקע װעלט, אַנטװיקלען מעטאָדן און געבן עצות לויט טעאָרעטישער און פּראַקטישער קענטשאַפֿט.

אַ װיכטיקער באַדאַרף בײַ דער מוזײ-סבֿיבֿה איז צו אַנטװיקלען װי אַזוי מוזײען באַטײליקן זיך אין דער געזעלשאַפֿט. מע דאַרף למשל שאַפֿן בײגיקע, הײַנטצײַטיקע אויסשטעלונגען דורך ניצן פֿונקציאָנעלע טעכנאָלאָגיע. מע דאַרף אויך שאַפֿן אַרענעס אויף װעלכע צו אַרבעטן צוזאַמען פֿאַר אַן אײַנשליסיקער געזעלשאַפֿט. דערפֿאַר, פֿאַקוסירן מיר אויף אונטערשטיצונג דורך אַנטװיקלען אי טעאָרעטישע אי פּראַקטישע מעטאָדן, געבן עצות און אַרבעטן צוזאַמען מיט מוזײען און אַרויסשטעלערס.

מיר האָבן אַ ביוראָ און סטודיאָ אין װיסבי, אַבער מיר אַרבעטן צוזאַמען מיט מוזײען און אַרויסשטעלערס פֿון אַ סך פֿאַרשײדענע אָרטן.

דער רעסולטאַט פֿון אונדזער אַרבעט װערט צוטריטלעך פֿאַר יעדער אײנער דורך, למשל, רעפּאָרטן, אַרטיקלען, פּאָדקעסטן, אויסבילדונגען און קאַנפֿערענצן כּדי צו פֿאַרשפּרײטן די קענטשאַפֿט צו אַלדי װעלכע אַרבעטן אין דער מוזײ- און אויסשטעלונג-סבֿיבֿה.

שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז אויב איר האָט פֿראַגעס אָדער װילן צוזאַמענאַרבעטן. ברוכים הבאָים צום אינסטאַנץ פֿאַר מלוכישע אויסשטעלונגען.